די עפֿן־זײַטן & אונטערנעמונגען

קוקט אויף אונדזערע קאָראָנאַ־ווירוס לינדערונג פּאָליטיק פֿאַר איצטיק אינפֿאָרמאַציע.

די רעגולאַרע עפֿן־צײַטן

זונטיק, מאָנטיק, דינסטיק, מיטוואָך
22:00–12:00

דאָנערשטיק & פֿרײַטיק
פֿאַרמאַכט

שבת
22:00–16:00

אויב אַ יום־טובֿ וועט אויספֿאַלן אויף אַ טאָג וואָס מיר זײַנען אָפֿן, וועלן מיר עפֿשר שליסן דעם קאַפֿע כּדי אים אָפּצומערקן. אַויך קען געשען מיר זאָלן עפֿענען דעם קאַפֿע אין אַן אומרעגולערן טאָג, כּדי צו פּראַווען געוויסע יום־טובֿים מיט די קהילה. אונדזער קאַלענדאַר וועט אַנטהאַלטן דערהײַנטיקטע אינפֿאָרמאציע וועגן ווען מיר זײַנען אָפֿן.

קאַלענדאַר

די קאַקענדאַר ווערט דערהײַנטיקט מיט אונדזערע שעהען, אַלע אנדזערע געשעענישן, און יעדן ייִדישע יום־טובֿ אין וועלכן די קאַפֿע וועט זײַן געשלאָסן.

דאָ איז אַ לינק צו זען און צו אימפּאָרטאָרן אונדזער קאַלענדאַר

צוקונפֿטיקע אונטערנעמונגען

מיר זענען זייער אַנטציקט צו האָבן אַן אָרט וואָס זאָל דינען פֿאַר קווירע און ייִדישע אונטערנעמונגען, גרופּעס, לעקציעס, וואַרשטאַטן, טאַלאַנט־אויסטוישן, קאָנפֿערענצן, נעכט, פֿילמען, און נאָך!

מיר האָפֿן אַרויסצושטעלן ס’רובֿ פֿון אונדזערע אונטערנעמונגען דורך “דירעקט־שטראָם“, און צו האָבן פֿאַרטײַטשערס פֿון בריטיש שטום־לשון אויף יעדערע אונטערנעמונג אין וועלכער עס איז מעגלעך.

אויב איר וועט האָבן אַן אומטערזענונגען וואָס איר ווילט אָנפֿירן מיט אונדז, וועט איר זײַט אַזוי גוט און רעדט מיט אונדז.

אַ טיילווײַזע רשימע פֿון סאָרטן געשעענישן וואָס מיר האָבן אין אויג:

  • שבת־טישן און אַנדערע אונטערנעמונגען לכּבֿוד ייִדישע יום־טובֿים
  • צווישן־אמונהדיקע מאָלצײַטן
  • אַנטיפֿאַשיסטישע אָרגאַניזירנג
  • פּאָעזיע־פֿירלייענונגען
  • מוזיק פּאַרויסטריטן, אַרײַנגערעכנט קלעזמער און נאָך
  • דראַג־אַרויסטריטן
  • פּורים־שפּילן (וואָס זענען תכ־הכּל אויך דראַג־אַרויסטריטן)
  • סאָלידאַריטעט־בענעפֿיטן
  • ייִדישע זינגגרונפּעס
  • שמועסן וועגן ייִדישע קולטורן, געשיכטע, און ניסטאָריאָגראַפֿיעס, אויף ייִדיש און ענגליש
  • קאָנפֿערענצן וועגן ייִדישן אַנאַרכיזם
  • ייִדישע וועגאַנישע קאָכקלאַסן, פּאַסיק אויך פֿאַר קינדער
  • ייִדיש־לעקציעס און לייענקרײַזן
  • אונטערנעמונגען און לעקציעס פֿון אַנדערע מינאָריטעט־שפּראַכן (בריטיש שטום־לשון! גאַליש! לאַדינאָ!)
  • וואַרשטאָטן וועגן גיי שטום־לשון בבאַריאַנטן
  • לעקציעס וועגן פּאָלאַרי (אַ גיי־שפּראַך)
  • פּראָיעקציעס פֿון קווירע פֿילמען
  • האַנטאַרבעט־וואַרשטאָטן פֿון מאַכן פֿאָנען און קונסט
  • שטיצגרופּס
  • קריפּטאָ־מסיבות

פֿאַרגאַנגען אונטערנעמונגען

איר קענט זען געוויסע אונדזערע פֿאַרגאַנגען אונטערנעמונגען וואָס זענען געאַרכיווירט געוואָרן איוף אונדזער „יִוטוב“ קאַנאַל.