די ראָזעווע פּאַווע
pink peacock

אַ קווירער, ייִדישער, צאָלט־וויפֿל־איר־קענט קאַפֿע אין דרום גלאַזגיי

העלפֿט אונדז עפֿענען אַ פֿיזישע קאַפֿע אָרט

מיר געבן עסן צו די קהילה דורך די קאָוויד־19 קריזיס מיט צאָלט־וויפֿל־איר־קענט עסן צושטעלן, אָבער מיר ווילן פֿאַרגרעסערן אונדזער קאָכן פֿעיִקייט מיט עפֿענען אַ פֿיזישע קאַפֿע אָרט.

אונדזער אָרט וועט זײַן:
💜 שפּעט בײַ נאַכט
💜 ריין פֿון אַלקאָהאָל
💜 קאָנצענטרירט אויף סאָלידאַרישקייט, צוטריטלעכקייט, און קווירע באַפֿרײַונג
💜 100% וועגאַן, כּשר, און כאַלאַל
💜 צוויישפּראַכיק, אויף ייִדיש און ענגליש

אַ שיינעם דאַנק, מיר קענען נישט די אָן אײַך 🖤

פֿאָטאָ פֿון קעלטיק פֿילם

אַ ביסל מער וועגן דעם קאַפֿע

אַלצדינג וועט זײַן וועגאַניש, פֿאַרקויפֿט מיטן פּרינציפּ פֿון ‘צאָלט־וויפֿל־איר־קענט’. מיר וועל אויך האָבן אַן אײַזקאַסטן פֿול מיט אומזיסט עסן.

מיר ווילן שאַפֿן אַ היימיש אָרט וואָס איז אַזוי צוטריטלעך ווי מעגלעך.

מיר וועלן נישט נאָר דערלאַנגן געשמאַק וועגאַניש עסן, נאָר די קאַפֿע וועט אויך זײַן אַ קינסטלעריש און געזעלשאַפֿטלעך אָרט, וואָס פֿאַרשידענע קווירע און ייִדישע גרופּעס און קינסטלערס וועלן קענען ניצן.

עס וועט זײַן אַן אָרט פֿרײַ פֿון אַלקאָהאָל.

די קאַפֿע איז אַ נישט־פֿאַר־פּראָפֿיט און אַ ‘community interest company’.

אַלע זענען אָנגעלייגטע גאַסט (אַרײַנרעכענענדיק ‘ציס־העטע’ און גוישע געסט און שטיצערס) און מיר זענען משפּחה־פֿרײַנדלעך.

די ראָזעווע פּאַווע איז אַ פֿאַררוף אויף דער גאָלדענער פּאַווע. איר קענט געפֿינען מער אינפֿאָרמאַציעס וועגן אונדז און אונדזער נאָמען אויפֿן זײַטל וועגן אונדז.


זיך אַבאָנירן אויף אונדזער נײַעס־בלעטל

מיר וועלן אײַך שרײַבן אַרום איין מאָל אַ חודש. מיר וועלן מיט קיינעם נישט טיילן אײַערע געגעבענע.