וועגן אונדז

[לייענען צײַט: 8 מינונטן]

די ראָזעווע פּאַווע איז אַ קווירער, ייִדישער, אַנאַרכיסטער וועגאַנישער קאַפֿע וואָס וועלט זיך עפֿענען אין דרום גלאַזגיי.

מיר וועלן ניצן אַ צאָלט־וויפֿל־איר־קענט פּרײַזסטרוקטור ביז £0.00 און וועט באַלד האָבן אַן אײַזקאַסטן פֿול מיט אומזיסט עסן.

די קאַפֿע וועט זײַן אַ היימיש אָרט, אַ סאָציאַל און קינסטלעריש אָרט, וווּ מען קען קריגן געשמאַק וועגאַניש עסן. עס איז אָפֿן מיטאָג־צײַט און שפּעט בײַ נאַכט. עס איז אַ ‘טרוקן’ אָרט פֿאַר יעדען עלטער און מע וועט נישט דערלאַנגען קיין אַלקאָהאָל.

די ראָזעווע פּאַווע איז אַ פֿאַררוף אויף דער גאָלדענע פּאַווע—דע סימבאָל פֿון די ייִדיש־ליטעראַטור. מיר פֿאַררופֿן זיך אויפֿן עשירות פֿון ייִדישער קולטור, און מאַכן אַן אָרט וואָס איז בפֿירוש קוויר. די קאַפֿע איז צוויישפּראַכיק ייִדיש־ענגליש, נאָר ייִדיש איז אונדזער פּריאָריטעט.

אונדזערע פּרינציפּן

פּאָליטישער אומבייגעוודיקער אַנאַרכיזם:
טוט נישט קיין שאָדן, לאָזט זיך נישט שפּײַען אין דער קאַשע

מיר האַלטן פֿון: אַנטיפֿאַשיזם; אַנטיקאַפּיטאַליזם; טראַנספֿעמיניזמ און גאַנצע גוף־אויואָנאָמיע; קוויר־באַפֿרײַונג; אָפּ־אַסימילאַציע, דעקאָלאָניזאַציע, און אַנטי־ראַסיזם; די סאָציאַלן מאָדעל פֿון ‘דיסאַביליטיע’; פֿולרעכטיקייט פֿאַר אימיגראַנטן; פֿולרעכטיקייט פֿאַר סעקס־אַרבעטערס און דורכויסיקער ‘דעקרימאַנאַליזאַציע’ פֿון דער סעקסאַרבעט [יוטוב לינק, אויף ענגליש]; אָפּשאַפֿן תּפֿיסות, אַרעסט, פּאָליציי, און פּאָליציייִשער באַוואַכונג; ב.ד.ס. [אינפֿאָרמאַטציעס וועגן ב.ד.ס. אויף ענגליש]; ‘דעקרימאַנאַליזאַציע’ פֿון נאַרקאָטיקן; און באַלדיקע און סיסטעמאַטיש האַנדלונגען קעגן דעם קלימאַט־קריזיס.

מיר זײַנען קעגן: גרענעצן, מלוכות, דירה־געלט, בעלי־בתים, געריכט־דינערס, און די מנאָאַרכיע!

פֿונדעסטוועגן, זענען מיר נישט קיין פּוריסטן. אונדזער צוגאַנג איז צו בויען סאָלידאַריטעט און פֿאַרמינערן שאָדן. מיר זענען גרייט צו שמועסן מיט אַלע וואָס וויל מיט אונדז רעדן ערלעך.

אנדזער ייִדישקייט פֿאַרלייגט צדיק. מיר שטאָלצירן מיט זײַן אַנטאָ־זיאָניזםן און שטעלן מיט פּאַלעסטינער אין אייער געראַנגל פֿאַר אַליין־באַשטימונג קעגן אָקופּאַציע. מיר גיין נאָך אַ לאַנג, ייִדיש אַנאַרכיסטיש מינהג פֿון אַקעגןשטעלן זיך זיאָניסטיש אידעאָלאָגיע. מיר זענען צופֿרידן צו האָבן אַ ייִדישע אידענטיטעט וואָס איז נישט וועגן מדינת־⁠ישׂראל.

אַ ‘טרוקענער’ קווירער קאַפֿע אָפֿן ביז שפּעט בײַ נאַכט

מיר זענען אַן אָרט וואָס שטעלט אין צענטער די באַדערפֿענישן פֿון קווירע: לעסביאַנקעס, ‘גיי’, ביסעקסועלע+, אומצוויייִקע, קווירע, אומזיכערע, אינטערסעקסע, אַסעקסועלע, און אַ־ראָמאַנטיש, און די אַלע וואָס זענען נישט ציסמיניק־און־העטעראָסעקסואַלע. עס איז אַן אָרט פֿאַר קווירע, געשאַפֿן פֿון קווירע.

אַלע זענען אָנגעלייגטע געסט (אַרײַנרעכענענדיק ‘ציס־העטע’ און גוישע געסט און שטיצערס) און מיר זענען משפּחה־פֿרײַנדלעך.

די קאַפֿע איז ‘טרוקן’, פּערפֿעקט פֿאַר יעדער איינער וואָס זוכט אַ פֿאַרברענגאָרט וואָס בלײַבן אָפֿן שפּעט, נאָר איז נישט צענטרירט אַרום אַלקאָהאָל. באַזונדערש גלאַזגיי דאַרף אַזאַ אָרט.

מיר עפֿענען די טיר מיטאָג־צײַט און פֿון אָוונט ביז שפּעט בײַ נאַכט, מיט מיטדער באַלײַכטונג, פֿאַרהאַנגען אויף די פֿענסטער, שטילער מוזיק, און לליפֿט קאַווע איר זאָלט נישט וועלן.

צוויישפּראַכיק: ייִדיש און ענגליש

מיר זענען אַן אָרט פֿאַרן לערנען, באַרײַכערן, און אויפֿהיטן ייִדיש.

אַלע מעניוען, שילדן, און מעלדונגען זעןען געשריבן אויף ייִדיש און ענגליש. מיר אָרגאַניזירן רעפֿעראַטן, לייענקרײַזן, און אַנדערע אונטערנעמונגען אויף ייִדיש. ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך!

מיר פּרוּוון צו ניצן אַ קאָמבינאַציע פֿון חסידיש־ייִדיש און ייִוואָ־ייִדיש: מיר זענען נישט קיין געבוירענע ייִדיש־רעדערס און מיר האָבן זיך נאָך אַלץ אַ סך וואָס צו לערנען ווען די פֿאַרשיידנע דיאַלעקטן. רעדט מיט אונדז וועגן דעם!

אַ וועגאַנישע ייִדיש בעקערײַ

מיר דערלאַנדגען היימישע בײַגלעך מיט פֿאַרשידענע באַשמירעכצן: טאָפֿו־שמירקעז, הומוס, זענעפֿט, סטאַשקע־פּוטער, וועגאַנישער פּוטער, און אײַנגעמאַכטס. געפֿילעכצן וועלן אַרײַננעמען אַוואָקאַדאָס, וועגאַנישע קעזן, ציבעלע, פּאָמידאָרן, און וועגאַנישן “לאַקס“.

מיר באַקן אויך קאַרטאָפֿל־קנישעס, חלה, און אַנדער געשמאַק וועגאַניש עסן. מיר האָבן עטלעכע כּסדרדיק שפּײַזן, און דאָס רעשט פֿונעם מעניו וועט מען בײַטן לויטן סעזאָל.

מיר ווילן דערווײַזן אַז ייִדיש מיינט נישט נאָר ווײַס און אַשכּנזי. מיר ללען אויך דערלאַנגן ספֿרדי, מזרחי, און פּאַלעסטיניש עסן, און אָרגאַניזירן פֿאַרשיידן מיניקע קולטורעלע אונטערנעמונגען.

דאָס עסן איז אין גאַנצן וועגאַניש, פּאַרעווע, און געמאַכט פֿון ייִדן אין אַ כּשר אָרט. מיר האָבן נישט באַטייליקן אין כּשר־ און הלל־אויסשולונג.

צוטריטלעכקייט & עטיק

דער ציל פֿונעם קאַפֿע איז צו זײַן אַן אָרט פֿאַר מענטשן, און נישט צו מאַכן קיין רווח. מיר ווילן אַז אַלץ וואָס מע וועט טאָן זאָל זײַן דורכזעיִק. איר קענט זען אונדזער בודזשעט־ און חשבון־טאַבעלעס דאָ. מיר אַרבעטן אַקטיוו אַז די קאַפֿע און אנדזער אונטערנעמונגען זאָלן זײַן צוטריטלעך. זעט אונדזער צוטריטלעכקייט זײַטל פֿאַר מער פּרטים דעם.

מיר נעמען זיך אוּנטער נישט צו ניצן קיין צײַטווײַליקע מאַטעריאַלן, אַחוץ ס’איז נייטיק צוליב צוטריטלעכקייט־באַדערפֿענישן.

אויב מעגלעך, וועלן מיר אײַנשאַפֿן בײַ לאָקאַלע קווירע און/אָדער ייִדישע צושטעלערס..

פֿאָטאָ פֿון keltik film, פּלאַקאַרט פֿון SWARM.

אַ דאַנק!

אַ דאַנק אַלעמען וואָס האָבן אונדז געשטיצט און געהאָלפֿן: יעדער פֿונד וואָס מיר באַקומען ווערט גלײַך אַרײַנגעלייגט אינעם קאַפֿע. מיר זענען ספּעציאַל ראַנקבאַר:

  • עזרא רויז פֿאַרן צייכענונגען אונדזער לאָגאָ
  • אַל פֿאַרן העלפֿן מיט טעכנאָלאָגישע ענינים
  • אַני, עטעל, דניאל, און פֿאַערי פֿאַרן העלפֿן מיט איבערזעצונג

און אַ גרויסן, קאָסמיש דאַנק אונדזערע וווּנדערלעך קווירע, ייִדישע, און ייִדיש־שפּראַכיקע קהילות אין גלאַזגיי און איבער גאָר דער וועלט: מיר וואָלן נישט געקענט אויסאַרבעטן דעם פּראָיעקע, אָדער קיין אַנדער פּראָיעקט, אָן אײַר.

וועגן די וועבזײַטל

מיר האָבן אַליין געמאַוט אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס סײַדן עס שטייט געשריבן אַנדערש.

אַלץ איבערזעצונג טעות זענען אונדזעריק.