צוטריטלעכקייט און קאָוויד

[לייענען צײַט פֿאַר די גאַנזע זײַט: 14 מינונטן]

מיר אַרבעט אַקטיוו אַז די קאַפֿע און אנדזערע אונטערנעמונגען זאָלן זײַן צוטריטלעך. מיר פֿאָלגן דעם ‘סאָציאַל מאָדעל פֿון דיסאַביליטיע’: אַלע האָבן צוטריט־באַדערפֿענישן, און אלע באַדערפֿענישן דאַרף מען אַנטקעגן קומען.

מיר האָבן אויסשולונגען אויפֿן עסן זיכרעקייט און טשעפּען, אַלערגיעס, און געביט פֿון גײַסטיקן געצונט.

איבער איר דאַרפֿט הילף בעת איר זײַט אין קאַפֿע, וואָס פֿאַר אַ הילף עס זאָל נישט זײַן, זײַט אַזוי גוט און בעט בײַ אונדז—מיר וועלן הילפֿן! אַלע אינפֿאָרמאַציעס וואָס איר וועט אונדז געבן לגבי צוטריט־באַדערפֿענישן וועלן בלײַבן אויגאויפֿאויגיק.

ווען איר האָט אַ פֿאָרלייגן מכּוח ווי מיר וואָלטן געקענט זײַן בעסער צוטריטלעך, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אונדז דאָ אויף אונדזער קאָנטאַקט־זײַטל.

וועבזײַטל־נאַוויגאַציע

קאָראָנאַ־ווירוס זיכערקייט און לינדערונג
אַלגעמיינע דערקלערונג וועגן די טאָלעראַנץ און אומטאָלעראַנץ
אַלקאָהאָל און נאַרקאָטיקן
אַקוסטיק
באַוועגלעכקייט
באַלײַכטונג
געלט
דירעקטער שטראָמען
חיות
טראַנספּאָרט
יִיִדישקייט
כעמיקאַליע שפּירעוודיקייט
לעבן־געבליבענער ענינים
מין און קווירקייט
מעדיקאַמענטן
משפּחות און קינדער
נעווראָלאָגישע אָפּווײַכן
עלטער
עסן און אַלערגיעס
פּראָבלעמען דער ראיה
ראַסע
שפּראַכן און קאָמוניקאַציע: ייִדיש, ענגליש, בריטיש שטום־לושן, געהער־פּראָבלעמען


קאָראָנאַ־ווירוס זיכערקייט און לינדערונג

צוליב קאָוויד, שטוביק עסן דאַרפֿט אַ נעגאַטיווע „לאַטעראַל פֿלאָ“ קאָוויד טעסט פֿון די זעלבע טאָג, און אויך:

  • מיר האָבן באַגרענעצט אַרײַננעם: מאַקסימום און 4 מענטשן פּער טיש. עס וועלן זענען דאָ נישט מער ווי 12 קונהים אין קאַפֿע בשעת־מעשׂה.
  • קונהים מוזן נעמען אַ „לאַטעראַל פֿלאָ“ טעסן אויף די טאָג פֿון זייער רעסערוואַציע. איר קענט הייסן אומזיסטע „לאטעראַל פֿלאַו“ טעסטן, אָדער נעמט זיי פֿון די קאַפֿע
  • קונהים מוזן טראָגן מאַסקעס ווען באַשטעלן איר אָדער גייט ארום קאַפֿע; מאַסקעס זענען נישט געפֿאָדערט ווען זיצט איר

מיר עפֿענען נאָך זיך פֿאַר עסן אויף מיטצונעמען. מאַסקעס זענען געפֿאָדערט. מיט האָבן אומזיסט מאַסקעס אין די קאַפֿע.

מיר מוטיקן אײַך שטאַרק צו הייסן רעגולער קאָוויד טעסטן און ווערט געוואַקצינירט. איר קענט הייסן אומזיסטע „לאטעראַל פֿלאַו“ טעסטן און אומזיסטע „פּכר“ טעסטן בײַ די נה“ס, און געפֿינט מער וועגן ווערן וואַקצינירט אין שאָטטלאַנד דאָ. [לינקס אויף ענגליש]

ביטע קומט נישט צום קאַפֿע אויב איר האָט קאָוויד סימפּטאָמען: היץ, אָנהאַלטיקע הוסטן, אַבֿדה אָדער בײַט פֿון טעם אָדער ריח, אָדער פֿאַרקילונג סימפּאָמען. אַנשטאָט דעם, זיך־איזאָלירט און הייסט אַ טעסט! [לינק אויף ענגליש]. מיר ווייסן אַז געוויסע מענטשן האָבן דאָזיקער סימפּטאָמען אַלץ די צײַט (למשל אויב איר זענען אימון־פֿאַרשוואַכט אָדער האָט איר „לאַנג־קאָוויד“); מיר געטרויערן אײַך צו וויסן אויב איר דאַרפֿט איזאָלירן אָדער ווערן געטעסטירט.

אונדזער אַרבעטער טראָגן מאַסקעס ווען זזי האָבן אַ צווישנקאָנטאַקט מיט קונהים. מיר הייסן טעגלעך „לאַטעראַל פֿלאָ“ טעסטן און וואָכיקע „פּכר“ טעסטן.

מיר קוקן אַרויס אויף עפֿענען אונדזערע טירן מיט פֿול אַרײַננעם און מאַכן אַ שיינע שׂימחה צוזאַמען, אָבער עלום־געזונט און אונדזער ציבערס זיכערקייט איז די מערסטער וויכטיק זאַך. איר קענט זען טעגלעכע קאָוויד דאַטאַ פֿאַר שאָטלאַנד דאָ, און דאַטאַ פֿאַר די א“ק אין גאַנץ דאָ.

אַלגעמיינע דערקלערונג וועגן טאָלעראנץ און אומטאָלעראַנץ

איזאָלירונג קען זײַן אַ פּראָבלעם פֿאַר אַלע קווירע, צוליב די סיסטעמישע קווירפֿאָביע. אַ סך ייִדן אין גלאַזגיי פֿילן זיך אויך נישט אָנגעגלײט אין יידישע קהילות װען זײ פּאַסן נישט אַרײַן אין א שמאָלער, אָנגענומענער דעפֿיניציע פֿון ייִדישקייט. אַזאַ איזאָלירונג איז אַלץ שטאַרקער פֿאַר דיסאַבלט מענטשן, דוחק אין פּרנסה, אָדער אַנדערע פֿאָראורטלען

מיר זענען אַן אָרט וואָס איז בפֿירוש פֿאַר קווירע און ייִדן, און זײרערע באַדערפֿענישן זענען אונדזערע פּריאָריטעטן. אַלע זענען אָנגעלייגט כּל זמן איר זײַט דרך־ארצדיק. די זיכערקייט פֿון קווירע און ייִדן איז אונדז מער װיכטיק װי די באַקוועמקייט פֿון ‘ציסהעט’ (ציסמיניק און העטעראָסעקסואַליסטיש) גויים.

מיר װעלן נישט טאָלערירן קײן שום אַנטיסעמיטיזם, איסלאמאָפֿאָביע, אָדער אַנדערע פֿאָרעמס ראַסיזם; האָמאָפֿאָביע, ביפֿאָביע, טראַנספֿאָביע, אַ־סעקסועלע־פֿאָביע, אָדער אַנדערע פֿאָרעמס קווירפֿאָביע; פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס, אָפּהענגיקייט־פֿאַרשעמונגען אָדער מאַכן סטיגמעס פֿון מענטשן װאָס לעבן מיטן ‘ה־יִ־װ’ ווירוס; דיקפֿאָביע, עסן־פֿאַרשעמונג אָדער גוף־פֿאַרשעמען; סעקסיזם; ‘הור’־פֿאָביע; דיסקרימינאַציע צוליב עלטער; קלאַסיזם; אַנטי־קאַטוילשע סעקטאַנטישקייט אָדער אַנדערע פֿאָרעמס שינאה קעגן רעליגיע; פֿאָראורטלען קעגן מענטשן מיט דעפֿאַרונגען פֿון געפֿענקעניש; פֿאַר פֿאַרפֿוואַרלדיקונג, שלאָגן, אָדער עמאָציאָנעל מוטשען; און אימפּעריאַליזם אָדער קסענאָפֿאָביע.

אַלקאָהאָל און נאַרקאָטיקן

די קאַפֿע איז אַ ‘טרוקן’ אָרט וואָס דערלויבט נישט קיין אַלקאָהאָל. דאָס מאַכט עס צוטריטלעך פֿאַר מענטשן וואָס טרינקען נישט קיין אַלקאָהאָל, וואָס זענען צו יונג צו טרינקען, און יעדער איינער וואָס זוכט אַ פֿאַרברענגאָרט וואָס בלײַבן אָפֿן שפּעט, נאָר איז נישט צענטרירט אַרום אַלקאָהאָל. באַזונדערש גלאַזגיי דאַרף אַזאַ אָרט.

עס איז דאָ אַן אונטערשייד צווישן ‘טרקן’ און ‘ניכטער’. איר קענט נאָך אַלץ קומען אין קאַפֿע ווען איר זײַט נישט ניכטער, כּל־זמן איר באַנעמט זיך מיט דרך־ארצדיר.

עס איז פֿאַרווערט צו רייכערן פּאַפּיראָסן אָדער עלעקטראָנישע פּאַפּיראָסן, אי אין קאַפֿע אי אין דרויסן אין אַ פּאָר פֿוס־טריט פֿון טירן.

מיר פֿאָרשן אויב עס וועט וועט זײַן מעגלעך אַז די קאַפֿע זאָל זײַן אַן אָרט פֿאַר מענטשן וואָס דאַרפֿן טוישן אײַנשפּריצ־נאָדלען.

מע וועט טאָלערירן קיין שום אַדיקציע־פֿאַרשעמונג, אָדער אָפּשטויסן מענטשן וואָס לעון מיטן ווירס ‘ה.י.וו.’.

אַקוסטיק

די קאַפֿע וועט קלאַנג־באַוואָרנט מיט אַ סך וויכע פֿלאַכן כּדי די בלײַבן באַקוועם. מע וועט שפּילן מוזיק שטילערהייט מיט אַ הודעה־סיסטעם כּדי אויסצומײַדן פֿאַרקרימונג און טומל. אויב איר דאַרפֿט אַז מע זאָל עס אָפּשטעלן אָדער אַראָפּדרייען, זײַט אַזוי גוט און בעט בײַ אונדז!

מיר אָרגאַניזירן יעדער וואָך אַ טאָג פֿאַר מענטסן מיט אויטיזם, ווען מע וועט נישט שפּילן קיין מוזיק. מיר בעטן אַז די אָ טעג זאָל מען שמועסן שטילערהייט.

מיר טוען אַלצדינג מינימיזירן דעם עלעקטרישן רעש, אַרײַנגערעכנט דעם רעש פֿון לאָמפּן, הייצונג, און אײַזקאַסטן.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.

באַװעגלעכקײט

די צוטריט צום קאַפֿע וועט נישט האָבן קיין טרעפּ. די טירן זענען כאָטש 80צ“מ ברייט.

די קאָנטואַר איז נידעריק (81 צ“מ), כּדי מענטשן אין רעדלשטולם אאָלן קענען אַלץ זען.

מיר וועלן פֿאַרזיכערן אַז ס’וועט אַ סך דוים צווישן די טישן פֿאַר די מענטשן מיט באַוועגלעכקייט־מכשירים. מיר צילן צו האָבן 100צמ צווישן אַלע די מעבל.

די וואַשצימער איז צוצוקומען פֿאַר מענטשן מיט רעדלשטולן, און מיט באַרערן און אַ סיגנאַל־שטריק.

מע וועט האָבן גרויסע באַקוועמע שטולן מיט פּלייצע שטיץ נאָר אָן די אָרעם־אָלענען. די זיצערטער וועלן זײַן באַקוועם: נישט צו ווייך און נישט צו האַרט.

קיין מעבל איז צוגעקאָוועט, דאָס היישט אַז אויב ס’איז נישטאָ גענוג אָרט אַרומצוגיין באַקוועם, קען מען עס איבעררוקן.

מיר האָבן נאָך נישט באַשלאָסן אויב מע וועט האָבן טיש־ אָדער קאָנטואַר־באַדונונג, נאָר סײַ ווי וועלן מיר גרייט צו באַשטעלונגען צום טיש—איר דאַרפֿט נאָר בעטן.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.

באַלײַכטונג

מע לאָז ארײַן אַזוי פֿיל נאַטירלעך ליכט ווי מעגלעך, און מע ניצט אַחוץ דעם נאָר מילדע באַלײַכטונג.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.

געלט

מיר פֿאַרקויפֿן אַלצדינג מיטן פּרינציפּ אַז אַלע זאָלן באַצאָלן וויפֿל זיי קענען, ביז £0.00. די אויסגעשטעלטע פּרײַזן ווײַזן וויפֿל מיר דאַרפֿן באַקומען כּדי אויסצושלאָגן די הוצאָות, און מיר דערמוטיקן אַלעמען צו באַצילן לויט זייערע מעגלעכקייטן. מיר האָבן ציטרוי צו אונדזערע קונים, און מיר גלייבן אַז די וואָס קענען צאָלן מער וועלן זײַן גענוג צוגעבונדן צו דעם אָרט צו טאָן אַזוי.

מיר זענען נאָך נישט זיכער ווי די צאָלונג־סיסטעם וועט אַרבעטן פּראַקטיש, אָבער מיר אַרבעטן כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז אלע וועלן קענען קויפֿן עסן בײַ אונדז מיט ללערדע, נישט געקוקט אויף וויפֿל זיי קענען באַצאָלן. מיר ווילן נישט אומווילנדיק שאַפֿן אַ סבֿיבֿה וווּ מע וואָלט זיך געפֿילט אומבאַקוועם צו צאָלן גאָרנישט, אָדער וווּ אלע וואָלטן געדאַרפֿט אָנזאָגן זייער הכנסה.

מיר וועלן אויך האָבן אַ ‘אומזיסטן אײַזקאַסטן’: אַן אײַזקאַסטן פֿול מיט אומזיסט עסן! מיר וועלן עס אָנגעפֿילן טעגלעך און יעדערע איינער מעג נעמען אָדער מנדבֿ זײַן עסן.

אַלץ אונדזערע אַקויוויטעטן וועלן זײַן לויטן פּרינציפּ פֿון ‘קוונאַצדאג’: קיינער־ווערט־נישט־אַוועקגעשיקט־צוליב־דוחק־אין־געלט, מיט אַ סיסטעם פֿון צוטרוי, ניט קיין הכנסה־קאָנטראָל.

מע קען באַצאָלן מיט באַנקקאַרטל אָדער מזומן.

מיר וועלן אָנבאָטן דאָס אָרט אַנדערע גראַפּעס אומזיסטע אָדער פֿאַר אַ פֿינאַנציעלן צושטײַער.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום קלאַסיזם.

דירעקטער שטראָמען

מיר לאָזן דירעקטע שטראָמען אַזש אונטערנעמונגען ווי מעגלעך צו פֿאַרזיכערן אַז זענען זיי צוטריטלעכקייט פֿאַר מענטשן וואָס קענען נישט זײַן דאָרט פּנים־אל־פּנים.

איר קענט זען אונדזער אונטערנעמונגען אַרכיוו אויף „יוטוב“.

חיות

שטיץ־חיות זענען שטענדיק אָנגעלייגט.

מערסטע טעג זענען אַלע אַנדערע הינט אױך אָנגעלייגט. מיר וועלן האָבן אײן װאַסער־שיסל פֿאַר הינט.

איין טאָג אַ וואָך װעלן מיר ניט אַרײַנלאָזן קײן הינט, אַחוץ שטיץ־הינט.

מע װעט נישט טאָלערירן קײן שום פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.

טראַנספּאָרט

די אַדרעס פֿון די קאַפֿע איז 451 וויקטאָריאַ ראָאַד, גלאַזגיי, G42 8RW

טראָטואַרן אין גאָוואַנהילל

די טראָטואַרן אין די שטח נוטה זײַט צו זענען זייער נישט־גלײַבן, גאַנץ שמאָל, און אָן אַראָפּגעלאָזט טראָטואַרשוועלן אָדער טאַפּ־טראָטואַרן.

אָבער, אין דריסן פֿון די קאַפֿע, די טראָטואַרן אויף וויקטאָריאַ ראָאַד איז נײַ, גלײַבן, און ברייט, מיט אַראָפּגעלאָזט טראָטואַרשוועלן, טאַפּ־טראָטואַרן, און פּאָפּוגיי־טוקער־אַריבערגאַנגען.

באַן

די קאַפֿע איז אַ 2 מינוטן גיי פֿון קווינס פּאַרק באַן וואָקזאַל, אויף די וויקטאָריאַ ראָאַד זײַט.

ראָווער

עס זענען דאָ סעגרעגירט ראָווער שטעגן אויף ביידער זײַטן פֿון וויקטאָריאַ ראָאַד, וווּ די קאַפֿע איז. עס זענען דאָ אַ סך ביציקל־געשטעלן במשך אַ 2 מינוטן גיי לענג־אויס וויקטאָריאַ ראָאַד. עס איז דאָ אַ דינגען אַ ראָוורע סטאַציע 2 מינוטן גיי פֿון די קאַפֿע פּונקט דרויסן פֿון קווינס פּאַרק וואָקזאַל.

אויטאָבוס

עס זענען דאָ עטלעכע אויטאָבוס־רוטעס וואָס שטעלן אָפּ פּונקט אין פֿרויסן פֿון די קאַפֿע: 4, 4אַ, 5, 6 (אַלץ געפֿאָרן געוואָרן פֿון פֿירסט בוס).

די נאָעטעסט אויטאָבוס־סטאַציעס זענען „פּרינס עדוואַרד סטריט“, פּונקט אויף יענער זײַט פֿון די קאַפֿע (אויב איר לאָזט אַוועק אויף צפֿון); און „לאַנגסײַד ליין“, פּונקט אויף יענער זײַט פֿון קווינס פּאַרק וואָקזאַל (אויב איר לאָזט אַוועק אויף דרום).

עס זענען דאָ אַ סך מער אויטאָבוס־רוטעס במשך אַ 10 מינונטן גיי, ספּעצאָעל אויף פּאָללאָקשאַס ראָאַד.

פּאַרקירן

עס איז דאָ אומזיסט גאַס פּאַרקירן אויף וויקטאָריאַ ראָאַד, אָבער עס נוטה איז צו זײַן זייער פֿאַרנומען. עס זענען דאָ עלעקטרישער אויטאָ אָנלאָגן סטאַציעס 2 מינונטן גיי פֿון די קאַפֿע: איין אויף וויקטאָריאַ ראָאַד און דיקסאָן אַווענו, און איין אויף וויקטאָריאַ ראָאַד און טאָרריסדאַלע סטריט.

ייִדישקייט

טייל אונדזער אונטערנעמונגען זענען ייִדיש־ספּעסיפֿיש אָדער דײַטלעך ייִדיש־אייניק. מיר בדעה אַלץ דעפֿינירן זיך ווי אַ ייִד: עטניש ייִדן (אַרײַנרעכענענדיק פֿון טאַטנס צד, פֿון מאַמעס צד, און געאַדאָפּטירט ייִדן), פֿרום ייִדן, און אַלע וואָס באַטראַכט ערנצט גלויבענבײַט צו יהדות און באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש לעבן.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום אַנטיסעמיטיזם אָרער ראַסיזם.

כעמיקאַליע שפּירעוודיקייט

מיר ניצן נאָר נישט־פּאַרפֿומירט זייפֿן און ליכטלעך אין אונדזער אָרט.

לעבן־געבליבענער ענינים

.ונדזער פּריאָריטעט איז שטיצן לעבן־געבליבענערס

אונדזער פּריאָטיטעט איז שטיצן לעבן־געבליבענער. מיט די מיר מיינט לעבן־געבליבענער פֿון סעקסאַאַלע געוואַלד, פֿיזישע שלאָגן, עמאָציאָנעלע מוטשען, סשיכאָלאָגישע מוטשען, און פֿינאַנצע מוטשען.

ווען איר דערטסיילט אונדז אַז עמעזער איז זידלעריש, מיר וועלן אײַך גלייבן און מיר וועלן עס באַהאַנדלען ערנצט.

קווירע און ייִדישע קולטורס זענען געבונדן מיט טראַוומע, און מיר ווילן שטיצן אַלעמען (אַפֿילו שלעגערס און באַלעסטיקערס) צו געפֿינדן ציבער און היילן. אָבער אַ שלעגערס אָדער באַלעסטיקערס היילונג קענט נישט זײַן אויפֿן חשבון פֿון יעדערס זיכער. ווען איר ווילט נישט אײַער שלעגער אָדער באַלעסטיקער אין די קאַפֿע, מיר וועלן זיי הייסן אַוריסגיין, קיין פֿראַגעס פֿרעגן.

מיר אָנערקעגען אַז מיר האָבן אַלע דערפֿירט צו שאָדן צו פֿאַרשיידנע מדרגהות. אַז אַ קאַפֿע, מיר האָבן נישט די פֿעיִקייט (אָדער פֿאַרלאַנג) צו באַשליסן ווער איז גוט אָדער בייז. מיר ווייסן אַס פֿאַרגעווינקלט מענטשן זענען פֿאַרוווּנדלעך צו באַרשולדיקונגען פֿון געוואַלד אָדער אמקלאָרע פּראָבלעמאַטישע אויפֿפֿיר—ספּעציעל בלאַק מענטשן, טראַנסע פֿרויען און פֿעמס, און אויטיסטישע מענטטשן—און מיר וועלן נישט פֿאַרווערן מענטשן פֿון די אָרט פֿאַר זײַן פּריקרע אָדער כּעס בלויז (מיר זענען פּריקרע און כּעס!).

ווען איר זאָגט אויס עפּעס צו אונדז, מיר וועלן נישט טיילן זיך די אינפֿאָרמאַציע, אָדער אָננעמענ טריט קעגן, אָן אײַער בפֿירושע הסכּמה. ווי איר ווילט אויסזאָגן עפּעס אַנאָנימערהייט, איר קענט דורך „קוריוס קאַט“.

מין און קווירקייט

די וואַשצימער איז מין־נייטראַל, און מע צוסטעלט אומזיסטע טאַמפּאָנען, מענסטרועלע־האַנטעכער, פּראָסערוואַטיוון, ווינדעלעך, און ווישערלעך.

מיר ווייסן אַז נישט אַלע קענען זיך פֿילן באַקוועם אַז מע זאָל זיי זען אין אַ קוויר אָרט. מיר באַדעקן דעם אונטערשטן טייל פֿון די פֿענצטער מיט פֿאָרהאַנגען, כּדי קיינער זאָל ניסט זען פֿון דרויסן ווער עס איז דאָ אינעווייניק.

טייל אונדזער אונטערנעמונגען זענען קווירע־ספּעסיפֿיש אָדער דײַטלעך קווירע־אייניק. מיר בדעה: לעסביאַנקעס, ‘גיי’, ביסעקסועלע+, אומצוויייִקע, קווירע, אומזיכערע, אינטערסעקסע, אַסעקסועלע, און אַ־ראָמאַנטיש, און די אַלע וואָס זענען נישט ציסמיניק־און־העטעראָסעקסואַלע.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום סעקסיזם, טראַנספֿאָביע, האָמאָפֿאָביע, ביפֿאָביע, אַ־סעקסועלע־פֿאָביע, אָדער אַנדערע קווירפֿאָביע.

מעדיקאַמענטן

מיר זענען גרייט צו האַלטן אײַערע מעדיקאַמענטן אין אנדזער אײַזקאַסטן בשעת איר זײַט דאָ.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.

משפּחה און קינדער

קינדער זענען אָנגעלייגטע געסט.

 זייגעדיקע עלטערן זענען אָנגעלייגטע געפֿסט! מיר זענען אויך גרײט אָנצוּװאַרעמען ברוסטמילך אָדער מילכפֿאָרמל.

the café will have step-free access. all of the doors in the café are at least 80cm wide. all of the furniture is movable to make navigating with a stroller easier.

מיר װעלן האָבן אַ טרעפּ־פֿרײַ צוטריט מיט ברייטע טירן צוגעפּאַסט צו קינדער־וועגעלעך. אַלץ די טירן אין די קאַפֿע זענען כאָטש 80צ“מ ברייט. אַלץ די מעבל איז באַוועגלעך צו מאַכן נאַוויגירן מיט אַ קינדער־וועגלעך פּשוט.

די װאַשצימערן האָט אַ ווינדלען־סטאַנציע, אָרט פֿאַר אַ קינדער־וועגעלע, און האָקן צו הענגען די ווינדעלעך־זעקלעך. מיר צוצושטעלן אומזיסטע ווינדעלעך און אונטערווישערלעך.

מיר צושטעלן קאָרמעשטולן, פֿאַרבהעפֿטן, און פּאַסיקע שפּילעכלעך וואָס פּאַסיק פֿאַר קינדער.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי עלטער אָדער קווירקייט.

נעווראָלאָגישע אָפּווײַכן

מיר אָרגאַניזירן יעדער וואָך אַ טאָג פֿאַר מענטסן מיט אויטיזם, ווען מע וועט נישט שפּילן קיין מוזיק. מיר בעטן אַז די אָ טעג זאָל מען שמועסן שטילערהייט.

מיר שטעלן צו צייכענען־מאַטעריאַלן און שפּילעכלעך וואָס יעדער איינער מעג ניצן.

מיר נעמען זיך אונטער צו מאַכן אונדזער קאָמוניקאַציע אַזוי קלאָר ווי מעגלעך פֿאַר אַלעמען.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.

עלטער

מענטשן אין יעדן עלטער זענען אָנגלייגטע געסט! אונדזער ציל איז צו שאַפֿן אַ צווישן־דורותדיק קהלש אָרט..

מיר דערקענען אַז אַ סך מענטסן וואָס זענען נישט צווישן 18 און 35 יאָר פֿילן זיך זייער אָפֿט נישט באַקוועם אין אויסגעשפּאַנטע, קווירע ערטער. מיר ווילן אַז אונדזער אָרט זאָל זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען, פֿון יונגע מענטשן אונטער די טרינקעלטער ביז עלטערן מיט די יונגע קינדער, איבעראַרבעט דערוואַקסן, און פּענסיאָנערן.

איזאָלירונג קען זײַן אַ פּראָבלעם פֿאַר אַלע קווירע, צוליב די סיסטעמישער קווירפּאָביע. מיר ווייסן אַז דאָס איז אַ פּראָבלעם באַזונדערש פֿאַר דערוואַקסלינגען (וויניקע ווי 18) און עלטערע מענטשן (איבער 65).

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי עלטער אָדער קווירקייט.

עסן און אַלערגיעס

דאָס גאַנצן עסן און אַלע געטראָנקען זענען וועגאַניש. מיר וועלן נישט באַניצן קיין שום חייִשע פּראָדוקטן ווי אינגרעדיענטן, אַרײַנגערעכנט בינען־ און אינסעקטן־פּראָדוקטן. מיר אויסמײַדן עסן און געטראַנקען וואָס ווערן געמאַכט באַניצנדיק חייִשע פּראָדוקטן (למשל צוקער וואָס מען ראַפֿינירט מיט ביינער־פּולווער). מיר מײַדן אויך אויס אַנדערע נישט־וועגאַנישע פּראָדוקטן וואָס האָבן נישט צו טאָן מיטן עסן (למשל לעדערנע באַשלאָגונגען).

אַלע אינגרעדיענטן און אָפֿטע אַלערגענען זענען קלאָר באַצייכנט.

דאָס עסן צוגעגרייט ווערן פֿון ייִדן אין אַ כּשרער קיך. מיר האָבן נישט באַטייליקן אין כּשר אָדער הלל אויסשולונגען.

איר קענט ברענגען אײַער אייגן עסן און טרינקען צו די קאַפֿע, חוץ אַלקאָהאָל.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום דיק־פֿאָביע, עסן־פֿאַרשעמונג, אָדער גוף־פֿאַרשעמונג.

פּראָבלעמען דער ראיה

אַלע שילדן און מענויען זענען געשריבן אויף ביידע ייִדיש און ענגליש, אין אַ גרויסן שריפֿט.

מיר האָבן נאָך נישט באַשלאָסן אויב מע וועט האָבן טיש־ אָדער קאָנטואַר־באַדונונג, נאָר סײַ ווי וועלן מיר גרייט צו באַשטעלונגען צום טיש—איר דאַרפֿט נאָר בעטן.

מע וועט ניצן ‘אַלטערנאַטיווע טעקסטן’ אין אַלע דיגיטאַליזירטע קאָמוניקאַציעס. ווען אַלטערנאַטיווע טעקסטן וועלן נישט זײַן מעגלעך, וועלן מיר צוגעון באַשרײַבונגען צו אַלע אונדזערע בילדער.

מיר פּלאַנירן נישט צו האָבן קיין געדרוקטע מעניוען, נאָר מיר וועלן יאָ האָבן ברייל־ללערסיעס פֿון אַלע אָפּגעדרוקטע מאַטעריאַלן.

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.

די ראַסע

די קאַפֿע איז אין גאָוואַנהיל—שאָטלאַנדס סאַמע ראַסנדיקע פֿאַרשיידן געגנט. מיר וועלן אַז אַלע (אַחוץ די פּאָליציי) זאָלן זיךפֿילן אָנגעלייגט.

מיר ווייס אַז די מענטשן נישט־ווײַסע אָדער פֿון מינאָריטעטן וואָס זענען קווירע, טראַנסע, און ‘אינרערסקס’, און נישט־ווײַסע ייִדן זענען זייער אָפֿט אויסגעשלאָסן פֿון קווירע און ייִשידע סבֿיבֿות צוליב ראַסיזם.

כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז אַלע מענטשן זאָלן זיך בײַ אונדז פֿילן באַקוועם, פֿאָלגן מיר די פּאָליטיק פֿון אַבסאָלוטער נול־טאָלעראַנץ אַנטקעגן ראַסיזם, קסענאָפֿאָביע, אַנטיסעמיטיסם, איסלאַמאָפֿאָביע, און אָדער אַנדערע פֿאָרעמס ראַסיזם. מיר רעאַגירן באַלד אויף אַלע מיקראָ־אַגרעסיעס, און אויב זיי חזרן זיך איבער, אַרויסוואַרפֿן מיר די שולדיקע פֿונעם קאַפֿע. דאָס איז אונזדער אָרט, און מיר דאַרפֿן נישט טאָלערירן קיין ראַסיסטן!

מיר וועלן אָנבאָטן דאָס אָרט אַנדערע גרופּעס אומזיסט, און וועלן געבן פּריאָריטעט גרופּעס קווירע, טראַנסע, און ‘אינטערסעקס’ נישט־ווײַסע מענטשן, און די אונטערנעמונגען אָנגעפֿירטע און און פֿאַר נישט־ווײַסע ייִדן. מיר וועלן ניצן אונדזער פּלאַטפֿאָרמע אונטערזושטיצן די אַרבעט און קונסט פֿאַן נישט־ווײַסע מענטשן.

מערסטע פֿון אונדזער אָנפֿירן זענען ווײַס. מע באַטראַכט אונדזער געווינטלעך פֿאַר ווײַסע, און זענען מיר באַוווּסטזיניק פֿון אונדזערע פּריווילעגיעס און גלײַצײַטיק פֿון אונדזער אייגענער ווײַסער צעברעכלעכקייט. מיר ווילן זיך צוהערן צו די איבערלעבונגען פֿון נישט־ווײַסע מענטשן, אַקטיוו מינאַרבעטן מיט זיי, און זיך לערנען כּסדר כּדי מיר זאָלן קענען אָפּשאַפֿן אונדזער אייגענע פֿאַראינעווייניקטן ראַסיזם. מיר ווילן נישט נאָר אָפּשאַפֿן די ווײַסע שליטה, נאָר אויך גאַנצן זײַן די בוגדים צו ווײַסקייט.

שפּראַך און קאָמוניקאַציע:
ייִדיש, ענגליש, בריטיש שטום־לושן, געהער־פּראָבלעמען

אַלע שילדן און מעניוען זענען געסשריבןן אויף ביידע ייִדיש און ענגליש, אין אַ גרויסע שריפֿט.

וועלן נאָר ס’וועט זײַן מעגלעך, האָבן מען בש”ל־פֿאַרטײַטשערס בײַ אונדז אויף די אונטערנעמונגען. מיר וועלן געבן די אַלע אינפֿאָרמאַציעס פֿאַר יעדער אונטערנעמונג אויף אונדזער וועבאָרט

מע האַלט תּמיד אַ פּען און פּאפּיר בײַ די קאַסע פֿאַר די וואָס האָבן בעסער ליב מודיע צו זײַן דורך שרײַבן.

מיר פֿאָרשן אויב עס וועט זײַן מעגלעך צו אינסטאַלירן אַ צענטראַלן הער־אַפּאַראַט.

אַלע פֿילמען וואָס מע וועט ווײַזן אינעם קאַפֿע האָבן אונטערקעפּלעך, געוויינטלעך אויף ענגליש. לויטן פֿילם און עולם, קענען די אונטערקעפּלעך זײַן אויך אויף אַנדערע שפּראַכן. מיר וועלן געבן די אַלע אינפֿאָרמאַציעס פֿאַר יעדער אונטערנעמונג אויף אונדזער וועבאָרט.

געאַרכיווירט ווידעאָס פֿון אונדזערע אונטערנעמואַנגען האָבן אונטערקרעפּל־שריפֿט אויף ענגליש, און עפֿשר אויף אַנדערע שפּראַכן.

אונדזער ייִדיש איז נישט פּערפֿעקט: מיר זענען סטודענטן די שפּראַך פֿון אונדזער אָפּשטאַם. מיט די רעסורסן וואָס מיר האָבן איצט, קען זײַן שווער צו געפֿינען וואָקאַבולאַר וואָס צוטריטלעכקייט, קווירקייט, און ראַסע. ווען די ווערטער וואָס שטייען אין וועטערבוך זענען נאָר פּעיאָראַטיווע, האָבן מיר באַשלאָסן אַנשטאָט זיי צו ניצן ענגלישע ווערטער. מיר פּרוּוון אויך צו ניצן ייִדיש ‘אָנמיניק’. מיר זענען אַוודאי גרייט צו אַרבעט אויף דעם מיט אַנדערע ייִדישיסטן. אויב איר האָב פֿאָרלייגן וואָס שייך שפּראַך, זײַט אַזוי גוט און שרײַב אונדז!

מע וועט נישט טאָלערירן קיין שום קסענאָפֿאָביע אָדער פֿאָראורטלען לגבי דיסאַביליטיעס.