וועגן אונדז

די ראָזעווע פּאַווע איז אַ קווירער, ייִדישער, אַנאַרכיסטער וועגאַנישער קאַפֿע וואָס וועלט זיך עפֿענען אין דרום גלאַזגיי.

מיר וועלן ניצן אַ צאָלט־וויפֿל־איר־קענט פּרײַזסטרוקטור ביז £0.00 און האָבן אַן אײַזקאַסטן פֿול מיט אומזיסט עסן.

די קאַפֿע וועט זײַן אַ היימיש אָרט, אַ סאָציאַל און קינסטלעריש אָרט, וווּ מען קען קריגן געשמאַק וועגאַניש עסן. עס וועט זײַן אָפֿן מיטאָג־צײַט און שפּעט בײַ נאַכט. עס וועט זײַן אַ ‘טרוקן’ אָרט פֿאַר יעדען עלטער און מע וועט נישט דערלאַנגען קיין אַלקאָהאָל.

די ראָזעווע פּאַווע איז אַ פֿאַררוף אויף דער גאָלדענע פּאַווע—דע סימבאָל פֿון די ייִדיש־ליטעראַטור. מיר פֿאַררופֿן זיך אויפֿן עשירות פֿון ייִדישער קולטור, און מאַכן אַן אָרט וואָס איז בפֿירוש קוויר. די קאַפֿע איז צוויישפּראַכיק ייִדיש־ענגליש, נאָר ייִדיש איז אונדזער פּריאָריטעט. מיר רעגיסטרירן מיט „קאָמפּאַניעס האַוס“ אַז DI ROZEVE PAVE CIC.

אונדזערע פּרינציפּן

פּאָליטישער אומבייגעוודיקער אַנאַרכיזם:
טוט נישט קיין שאָדן, לאָזט זיך נישט שפּײַען אין דער קאַשע

מיר האַלטן פֿון: אַנטיפֿאַשיזם; אַנטיקאַפּיטאַליזם; טראַנספֿעמיניזמ און גאַנצע גוף־אויואָנאָמיע; קוויר־באַפֿרײַונג; אָפּ־אַסימילאַציע, דעקאָלאָניזאַציע, און אַנטי־ראַסיזם; די סאָציאַלן מאָדעל פֿון ‘דיסאַביליטיע’; פֿולרעכטיקייט פֿאַר אימיגראַנטן; פֿולרעכטיקייט פֿאַר סעקס־אַרבעטערס און דורכויסיקער ‘דעקרימאַנאַליזאַציע’ פֿון דער סעקסאַרבעט [יוטוב לינק, אויף ענגליש]; אָפּשאַפֿן תּפֿיסות, אַרעסט, פּאָליציי, און פּאָליציייִשער באַוואַכונג; ב.ד.ס. [אינפֿאָרמאַטציעס וועגן ב.ד.ס. אויף ענגליש]; ‘דעקרימאַנאַליזאַציע’ פֿון נאַרקאָטיקן; און באַלדיקע און סיסטעמאַטיש האַנדלונגען קעגן דעם קלימאַט־קריזיס.

מיר זײַנען קעגן: גרענעצן, מלוכות, דירה־געלט, בעלי־בתים, געריכט־דינערס, און די מנאָאַרכיע!

פֿונדעסטוועגן, זענען מיר נישט קיין פּוריסטן. אונדזער צוגאַנג איז צו בויען סאָלידאַריטעט און פֿאַרמינערן שאָדן. מיר זענען גרייט צו שמועסן מיט אַלע וואָס וויל מיט אונדז רעדן ערלעך.

אנדזער ייִדישקייט פֿאַרלייגט צדיק. מיר שטאָלצירן מיט זײַן אַנטאָ־זיאָניזםן און שטעלן מיט פּאַלעסטינער אין אייער געראַנגל פֿאַר אַליין־באַשטימונג קעגן אָקופּאַציע. מיר גיין נאָך אַ לאַנג, ייִדיש אַנאַרכיסטיש מינהג פֿון אַקעגןשטעלן זיך זיאָניסטיש אידעאָלאָגיע. מיר זענען צופֿרידן צו האָבן אַ ייִדישע אידענטיטעט וואָס איז נישט וועגן מדינת־⁠ישׂראל.

אַ ‘טרוקענער’ קווירער קאַפֿע אָפֿן ביז שפּעט בײַ נאַכט

מיר שאַפֿן אַן אָרט וואָס שטעלט אין צענטער די באַדערפֿענישן פֿון קווירע: לעסביאַנקעס, ‘גיי’, ביסעקסועלע+, אומצוויייִקע, קווירע, אומזיכערע, אינטערסעקסע, אַסעקסועלע, און אַ־ראָמאַנטיש, און די אַלע וואָס זענען נישט ציסמיניק־און־העטעראָסעקסואַלע. עס איז אַן אָרט פֿאַר קווירע, געשאַפֿן פֿון קווירע.

אַלע זענען אָנגעלייגטע געסט (אַרײַנרעכענענדיק ‘ציס־העטע’ און גוישע געסט און שטיצערס) און מיר זענען משפּחה־פֿרײַנדלעך.

די קאַפֿע איז ‘טרוקן’, פּערפֿעקט פֿאַר יעדער איינער וואָס זוכט אַ פֿאַרברענגאָרט וואָס בלײַבן אָפֿן שפּעט, נאָר איז נישט צענטרירט אַרום אַלקאָהאָל. באַזונדערש גלאַזגיי דאַרף אַזאַ אָרט.

מיר וועלן עפֿענען די טיר מיטאָג־צײַט, און פֿון אָוונט ביז שפּעט בײַ נאַכט, מיט מיטדער באַלײַכטונג, פֿאַרהאַנגען אויף די פֿענסטער, שטילער מוזיק, און לליפֿט קאַווע איר זאָלט נישט וועלן.

צוויישפּראַכיק: ייִדיש און ענגליש

מיר זענען אַן אָרט פֿאַרן לערנען, באַרײַכערן, און אויפֿהיטן ייִדיש..

אַלע מעניוען, שילדן, און מעלדונגען ווערן געשריבן אויף ייִדיש און ענגליש. מיר וועלן אָרגאַניזירן רעפֿעראַטן, לייענקרײַזן, און אַנדערע אונטערנעמונגען אויף ייִדיש. ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך!

מיר פּרוּוון צו ניצן אַ קאָמבינאַציע פֿון חסידיש־ייִדיש און ייִוואָ־ייִדיש: מיר זענען נישט קיין געבוירענע ייִדיש־רעדערס און מיר האָבן זיך נאָך אַלץ אַ סך וואָס צו לערנען ווען די פֿאַרשיידנע דיאַלעקטן. רעדט מיט אונדז וועגן דעם!

אַ וועגאַנישע ייִדיש בעקערײַ

מיר וועלן דערלאַנדגען היימישע בײַגלעך מיט פֿאַרשידענע באַשמירעכצן: טאָפֿו־שמירקעז, הומוס, זענעפֿט, סטאַשקע־פּוטער, וועגאַנישער פּוטער, און אײַנגעמאַכטס. געפֿילעכצן וועלן אַרײַננעמען אַוואָקאַדאָס, וועגאַנישע קעזן, ציבעלע, פּאָמידאָרן, און וועגאַנישן “לאַקס“.

מיר וועלן אויף באַקן קאַרטאָפֿל־קנישעס, חלה, און אַנדער געשמאַק וועגאַניש עסן. מיר וועלן האָבן עטלעכע כּסדרדיק שפּײַזן, און דאָס רעשט פֿונעם מעניו וועט מען בײַטן לויטן סעזאָל.

מיר ווילן דערווײַזן אַז ייִדיש מיינט נישט נאָר ווײַס און אַשכּנזי. מיר ללען אויך דערלאַנגן ספֿרדי, מזרחי, און פּאַלעסטיניש עסן, און אָרגאַניזירן פֿאַרשיידן מיניקע קולטורעלע אונטערנעמונגען.

דאָס עסן וועט זײַן אין גאַנצן וועגאַניש, פּאַרעווע, און געמאַכט פֿון ייִדן אין אַ כּשר אָרט. מיר וועלן זיך ביידע באַטייליקן אין כּשר־ און הלל־אויסשולונג איידער מיר עגענען.

צוטריטלעכקייט & עטיק

דער ציל פֿונעם קאַפֿע איז צו זײַן אַן אָרט פֿאַר מענטשן, און נישט צו מאַכן קיין רווח. מיר ווילן אַז אַלץ וואָס מע וועט טאָן זאָל זײַן דורכזעיִק. איר קענט זען אונדזער בודזשעט־ און חשבון־טאַבעלעס דאָ. די קאַפֿע עקזיסטירט נאָך נישט אין אַ פֿיזיש אָרט נאָר מיר אַרבעטן אַקטיוו אַז עס זאָל זײַן צוטריטלעך. זעט אונדזער צוטריטלעכקייט זײַטל פֿאַר מער פּרטים דעם.

מיר נעמען זיך אוּנטער נישט צו ניצן קיין צײַטווײַליקע מאַטעריאַלן, אַחוץ ס’איז נייטיק צוליב צוטריטלעכקייט־באַדערפֿענישן.

מיר וועלן זײַן פֿאָרזיכטיק מיט דעם וואָס און פֿון וועמען מיר קויפֿן פֿאַרן קאַפֿע. מיר וועלן קאָנטראָלירן אַז אַלע פּאָטענציעלע צושטעלערס זאָלן האָבן אַ גוטע פּאָליטיק לגבי גלײַכהייט, בפֿרט וואָס שײַך קווירע/ל.ג.ב.ט+ ענינים, ראַסיזם, און רעליגיע/גלויבן באַגאַזש. מיר וועלן נאָר קויפֿן פֿון צושטעלערס וואָס קענען באַווײַזן אַז זיי האָבן גוטע אַרבעט־פּראַקטיק בײַ יעדער פֿאַזע פֿון דער פּראָדוקציע. מיר האַלטן פֿון ב.ד.ס. [אינפֿאָרמאַציע וועגן ב.ד.ס. אויף ענגליש].

אויב מעגלעך, וועלן מיר אײַנשאַפֿן בײַ קווירע און/אָדער ייִדישע צושטעלערס. מע וועט אויסשטעלן קונסט פֿון קווירע און ייִדישע קינסטלערס, און שפּילן מוזיק נאָר פֿון קווירע און ייִדישע מוזיקערס.

פֿאָטאָ פֿון keltik film, פּלאַקאַרט פֿון SWARM.

איידער מיר עפֿענען…

איצט איז די קאַפֿע שוין מער ווי אַ חלום, נאָר נאָך נישט געוואָרן אַ רעאַליטעט. מיר אַרבעטן אויף דעם כּמעט יעדן טאָג אָבער ס’איז דאָ אַ סך טאָן! איידער מיר עפֿענען, דאַרפֿן מיר:

  • שרײַבן דעקלאַרונגען וועגן אונדזערע ציל און פּרינציפּן אלול 5779 (סעפּטעמבער 2019)
  • אָנהייבן מיר געלטשאַפֿערײַ אלול 5779 (סעפּטעמבער 2019)
  • אויסאַרבעטן דעם סטיל און לאָגאָ תּשרי 5780 (אָקטאָבער 2019)
  • צוגרייטן אונדזערע בודזשעט־טאָבעלעס טבֿתּ 5780 (יאַנואַר 2020)
  • לאַנסירן אונדזערע וועבאָרט און סאָציאַלע מעדיומס זײַטלעך אדר 5780 (מאַרץ 2020)
  • אונטערנעמען אַ ריי פֿון געשענישען אין עטלעכע ערטער ניסן 5780 (מאַרץ 2020)
  • זיך רעגיסטרירן ווי אַ ‘community interest company’ סיון 5780 (מײַ 2020)
  • שאַפֿן־גענונג פֿאָנדן אויף זעקס חדשים נאָך דעם ווי מיר עפֿענען
  • געפֿינען אַן אָרט פֿאַרן קאַפֿע
  • געפֿינען צושטעלערס וואָס פּאַסן זיך צו אונדזערע עטישע פּרינציפּן
  • מאַכן אונדזער אָרט שיין און צוטריטלעך (זע אונדזער צוטריטלעכקייט זײַט)
  • קריגן כּשר־ און חלל־צערטיפֿיקאַטן
  • קריגן אַ ליצענץ כּדי מיר זאָלן קענען ברײַבן אָפֿן שפּעט בײַ נאַכט
  • אונדזער יום־טובֿדיקע דערעפֿענונג!

אויב איר ווילט העלפֿן מיט עפּעס, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אונז דורך אונדזער קאָנטאַקט זײַט!

עטלעכע אופֿנים אונדז צו העלפֿן שוין איצט:

  • פֿאָלגט אונדז אויף טוויטער און אינסטאַגראַם
  • דערטסיילט אײַערע חבֿרים! טיילט אונדזערע מעלדונגען אויף סאָציאַל מעדיומס
  • דערטסיילט אונדז וועגן געלטשאַפֿערײַ־געלעגנהײַטן אין שאָטלאַנד וואָס שײַך ייִשישקייט, קווירקייט, שפּײַזבאַנקן און מינאָריטעט־שפּראַכן—שרײַבט אונדז דורך אונדזער קאָנטאַקט־זײַטל
  • אינוועסטירט אין אונדזער פּראָיעקט אָדער שיקן אונדז איבער געלט מיט פּייפּאַל!

כּדי צו וויסן וווּ מיר האַלטן, אַבאָנירט זיך אויף אונדזער נײַעס־בלעטל (מיר וועלן עס שיקן דורך בליצפּאָסט אַראַם איין מאָל אַ חודש) אָדער פֿאָלגט אונדז אויף סאָציאַלע מעדיומס.


אַ דאַנק!

אַ דאַנק אַלעמען וואָס האָבן אונדז געשטיצט און געהאָלפֿן: יעדער פֿונד וואָס מיר באַקומען ווערט גלײַך אַרײַנגעלייגט אינעם קאַפֿע. מיר זענען ספּעציאַל ראַנקבאַר:

  • category is books פֿאַר זײַנער וויכטיקע אַרבעט פֿאַר די גלאַזגייער קווירע סבֿיבֿות, פֿאַרן די נײַטיקע עצות וועגן אָנהייבן אַ קוויר געשעפֿט, און פֿאַרן אָנפֿירן מיט אונדזער ערשטן געלט־שאַפֿערײַ־אָוונט
  • IRN-JU און jewdas פֿאַר דער עמאָציאָנעלער און פֿינאַנציעלער אונטערשטיצונג
  • עזרא רויז פֿאַרן צייכענונגען אונדזער לאָגאָ
  • keltik film און קייטי קייסטנער פֿאַר די פֿאָטאָגראַפֿיעס
  • אַל פֿאַרן העלפֿן מיט טעכנאָלאָגישע ענינים
  • אַני און עטעל פֿאַרן העלפֿן מיט איבערזעצונג

און אַ גרויסן, קאָסמיש דאַנק אונדזערע וווּנדערלעך קווירע, ייִדישע, און ייִדיש־שפּראַכיקע קהילות אין גלאַזגיי און איבער גאָר דער וועלט: מיר וואָלן נישט געקענט אויסאַרבעטן דעם פּראָיעקע, אָדער קיין אַנדער פּראָיעקט, אָן אײַר.

פֿאָטאָ פֿון קייטי קייסטנער

וועגן די אָנפֿירער

מישע און יאָסל זענען קווירע ייִדישע אַנאַרכיסטן. מיר זענען ביידע ביסעקסואַלע און אויטיסטיש, איינער פֿון אונדז איז אומצוויייִק און טראַנס(מיניק), און איינער איז אַ געוועזנער סעקס־אַרבעטער. מישע איז אַ שיקאַגער בחור און אַ מחבר (דאָ געפֿינט איר זײַן בוך) מיט דערפֿאַרונג אין קווירע געזונט־שטיצונג. יוסל איז אַ יאָרקשירער בחור און אַ פֿאָלקס־מוזיקער (דאָ געפֿינט איר מוזיק אויף באַנדקאַמפּ). מיר וווינען אין גאָוואַנהיל שוין אַן ערך 3 יאָר. מיר טיילן אונדזערע דירה מיט אונדזערעם שיינעם הונט מרדכי און 100,000 פֿלאַנצן. מיר ניצן ביידע די פּראָנאָמען ער/אים.

וועגן די וועבזײַטל

מיר האָבן אַליין געמאַוט אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס סײַדן עס שטייט געשריבן אַנדערש.

אַלץ איבערזעצונג טעות זענען אונדזעריק.