די עפֿן־זײַטן & אונטערנעמונגען

קאַלענדאַר

וועלן זיך דערנענטערן צום טאָג פֿון דערעפֿענונג, וועלן מאָר אים דערהײַנטיקן מיט אונדזערע שעהען, אַלע אנדזערע געשעענישן, און יעדן ייִדישע יום־טובֿ אין וועלכן די קאַפֿע וועט זײַן געשלאָסן.

דאָ איז אַ לינק צו זען און צו אימפּאָרטאָרן אונדזער קאַלענדאַר

די (פֿאָרויסגעזענע) רעגולארע עפֿן־צײַטן

דאָנערשטיק: 14:00–12:00 נאָך מיטאָג
פֿרײַטיק: 16:00–12:00 נאָך מיטאָג; 02:00–20:00 בײַ נאַכט
זונטיק: 12:00–16:00 נאָך מיטאָג, 20:00–02:00 בײַ נאַכט
מאָנטיק: 20:00–02:00 בײַ נאַכט

די צײַטן זענען ייִדיש, נישט גוייִש: די טעג הייבן אין די זונפֿאַרגאַנג; אַזוי אַז מיר זענען אָפֿן דאָנערשטיק 12:00 נאָך מיטאָג, און דערנאָך שלאָסן מיר אויף זעקס שעה, אַזוי אַז אפּעטער עפֿענען מיר פֿרײַטיק נאָך 20:00 בײַ נאַוט.

מיר אַרבעטן נישט אום שבת, אַזוי אַז אונדזערע עפֿן־שעהען פֿרײַטיק און שבת וועלן זיך בײַטן מיטן זומער און אין מיטן ווינטער.

אויב אַ יום־טובֿ וועט אויספֿאַלן אויף אַ טאָג וואָס מיר זײַנען אָפֿן, וועלן מיר שליסן דעם קאַפֿע כּדי אים אָפּצומערקן. אַויך קען געשען מיר זאָלן עפֿענען דעם קאַפֿע אין אַן אומרעגולערן טאָג, כּדי צו פּראַווען געוויסע יום־טובֿים מיט די קהילה. אונדזער קאַלענדאַר (אונטן) וועט אַנטהאַלטן דערהײַנטיקטע אינפֿאָרמאציע וועגן ווען מיר זײַנען אָפֿן.

די צײַטן קענען זיך נאָך בײַטן: מיר זײַנען נישט אָפֿן! מיר דאַרפֿן זען וואָסערע רעגולאַרע שעהען פּאַסן אונדז און שטימען מיט די באַדערפֿענישן פֿון אונדזער קהילה.

רעגולערע אונטערנעמונגען

מיר אָנפֿירן געוויינלעך אַ דיגיטאַלישע הבֿדלה ריטואַל יעדער ערבֿ־זונטיק. די אָנהייב צײַט בײַט זיך פֿון וואָך צו וואָך; זעט אונדזער קאַלענדאַר פֿאַר פּינקטלעכע צײַטן און לינק פּרטים.

צוקונפֿטיקע אומטערנעמונגען

מיר זענען זייער אַנטציקט צו האָבן אַן אָרט וואָס זאָל דינען פֿאַר קווירע און ייִדישע אונטערנעמונגען, גרופּעס, לעקציעס, וואַרשטאַטן, טאַלאַנט־אויסטוישן, קאָנפֿערענצן, נעכט, פֿילמען, און נאָך!

מיר האָפֿן אַרויסצושטעלן ס’רובֿ פֿון אונדזערע אונטערנעמונגען דורך “דירעקט־שטראָם“, און צו האָבן פֿאַרטײַטשערס פֿון בריטיש שטום־לשון אויף יעדערע אונטערנעמונג אין וועלכער עס איז מעגלעך.

אויב איר וועט האָבן אַן אומטערזענונגען וואָס איר ווילט אָנפֿירן מיט אונדז, וועט איר זײַט אַזוי גוט און רעדט מיט אונדז.

אַ טיילווײַזע רשימע פֿון סאָרטן געשעענישן וואָס מיר האָבן אין אויג:

  • שבת־טישן און אַנדערע אונטערנעמונגען לכּבֿוד ייִדישע יום־טובֿים
  • צווישן־אמונהדיקע מאָלצײַטן
  • אַנטיפֿאַשיסטישע אָרגאַניזירנג
  • פּאָעזיע־פֿירלייענונגען
  • מוזיק פּאַרויסטריטן, אַרײַנגערעכנט קלעזמער און נאָך
  • דראַג־אַרויסטריטן
  • פּורים־שפּילן (וואָס זענען תכ־הכּל אויך דראַג־אַרויסטריטן)
  • סאָלידאַריטעט־בענעפֿיטן
  • ייִדישע זינגגרונפּעס
  • שמועסן וועגן ייִדישע קולטורן, געשיכטע, און ניסטאָריאָגראַפֿיעס, אויף ייִדיש און ענגליש
  • קאָנפֿערענצן וועגן ייִדישן אַנאַרכיזם
  • ייִדישע וועגאַנישע קאָכקלאַסן, פּאַסיק אויך פֿאַר קינדער
  • ייִדיש־לעקציעס און לייענקרײַזן
  • אונטערנעמונגען און לעקציעס פֿון אַנדערע מינאָריטעט־שפּראַכן (בריטיש שטום־לשון! גאַליש! לאַדינאָ!)
  • וואַרשטאָטן וועגן גיי שטום־לשון בבאַריאַנטן
  • לעקציעס וועגן פּאָלאַרי (אַ גיי־שפּראַך)
  • פּראָיעקציעס פֿון קווירע פֿילמען
  • האַנטאַרבעט־וואַרשטאָטן פֿון מאַכן פֿאָנען און קונסט
  • שטיצגרופּס
  • קריפּטאָ־מסיבות